45 עס שטייט געשריבן אין די נביאים: און אלע וועלן זיין געלערנט פון ה׳. יעדער איינער, וואס האט געהערט פון דעם פאטער און האט געלערנט, קומט צו מיר.
אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער, און קיינער קען נישט דעם זון אחוץ דער פאטער; און קיינער קען נישט דעם פאטער אחוץ דער זון, און וועמען דער זון וויל אים מגלה זיין.
און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן!
לויט ווי עס שטייט געשריבן אין ישעיהו הנביא: זע, איך שיק מיין שליח פאר דיין פנים, ער וועט צוגרייטן דיין וועג; (מלאכי ג, א.)
לויט ווי ער האט גערעדט דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים. פון אייביק אָן,
און ער האט גענומען די צוועלף צו זיך און האט צו זיי געזאגט: זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים, און עס וועט דערפילט ווערן אלץ, וואס איז געשריבן געווארן דורך די נביאים וועגן דעם בר אנש. (ישעיהו נג, א-יב.)
מיינע שאף הערן מיין קול, און איך קען זיי, און זיי פאלגן מיר נאך;
אלץ, וואס דער פאטער גיט מיר, וועט קומען צו מיר; און דעם, וואס קומט צו מיר, וועל איך בשום אופן נישט ארויסווארפן אינדרויסן.
און ער האט געזאגט: דערפאר האב איך אייך געזאגט: קיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב עס איז אים נישט באשערט געווארן פון מיין פאטער.
גיט זשע אכטונג, אז עס זאל נישט קומען אויף אייך דאס, וואס איז געזאגט געווארן און די נביאים:
און ה׳ האט זיך אוועקגעקערט און זיי איבערגעגעבן צו דינען די הערשאפן פון הימל, אזויווי עס שטייט געשריבן אינם ספר פון די נביאים: צי האט איר מיר (דען) מקריב געווען זבחים און מנחות פערציק יאר אין דער מדבר, אָ בית ישראל?
אז דער ג‑ט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער פאטער פון כבוד, זאל אייך געבן א גייסט פון חכמה און פון אנטפלעקונג אין דער דערקענטעניש פון אים;
דעריבער, אזעלכע וואס זענען שוין שלמותדיק, לאמיר דענקען דאס דאזיקע; און אויב איר דענקט אנדערש וועגן עפעס, אויך דאס דאזיקע וועט ה׳ אייך אנטפלעקן;
און וואס שייך ברידערלעכער ליבע, באדארפט איר נישט, מען זאל שרייבן צו אייך, ווייל איר אליין זענט געלערנט פון ה׳, ליב צו האבן איינער דעם אנדערן;
דאס איז דער בונד, וואס איך וועל מאכן מיט זיי נאך יענע טעג, זאגט דער האר (ג‑ט), איך וועל געבן מיין תורה אין זייערע הערצער און אויף זייער פארשטאנד וועל איך זי שרייבן;
און איר, די זאלבונג, וואס איר האט באקומען פון אים, בלייבט אין אייך, און איר דארפט נישט, אז עמיצער זאל אייך לערנען; נאר ווי זיין זאלבונג לערנט אייך וועגן אלעם, און איז ווארהאפטיק, און נישט קיין שקר, און ווי זי האט אייך געלערנט, אזוי זאלט איר בלייבן אין אים.