44 קיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, ציט אים נישט; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.
איר שלאנגענקינדער, ווי אזוי קענט איר רעדן גוטס, זייענדיק (אליין) בייז? מחמת פון דער שפע פון דעם הארץ, רעדט דאך דאס מויל.
און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: אז וואויל איז דיר, שמעון בר‑יונה; ווייל בשר ודם האט עס דיר נישט אנטפלעקט, נאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל!
און איך, ווען איך וועל אויפגעהויבן ווערן פון דער ערד, וועל ציען אלעמען צו מיר.
וויאזוי קענט איר גלויבן, איר, וואס נעמט אָן כבוד איינער פונם אנדערן, און דעם כבוד, וואס קומט פון דעם איינציקן ג-ט, זוכט איר נישט?
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: מורמלט נישט צווישן זיך.
עס שטייט געשריבן אין די נביאים: און אלע וועלן זיין געלערנט פון ה׳. יעדער איינער, וואס האט געהערט פון דעם פאטער און האט געלערנט, קומט צו מיר.
און ער האט געזאגט: דערפאר האב איך אייך געזאגט: קיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב עס איז אים נישט באשערט געווארן פון מיין פאטער.
פארוואס פארשטייט איר נישט מיין רעדן? ווייל איר קענט נישט הערן דאס ווארט מיינס.
ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן פון וועגן דעם משיח, נישט נאר צו גלויבן אין אים, נאר אויך צו ליידן פאר אים;
בעת איר זענט נקבר געווארן מיט אים אין דער מקווה, אין וועלכער איר זענט אויך מיטאויפגעשטאנען דורך דעם גלויבן אין דער קראפט פון ה׳, וועלכער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע.