29 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: דאס דאזיקע איז דאס ווערק פון ה׳, אז איר זאלט גלויבן אין אים, וועמען ער האט געשיקט.
און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן!
ווער עס גלויבט און לאזט זיך טובל זיין אין א מקווה, דער וועט געראטעוועט ווערן; ווער אבער עס וועט נישט גלויבן, דער וועט פארמשפט ווערן.
דער, וואס גלויבט אין דעם זון, האט אייביק לעבן; ווער אבער עס געהארכט נישט דעם זון, דער וועט נישט זען קיין לעבן, נאר ה׳ס צארן בלייבט אויף אים.
איר פארשט (דאך) אין די כתבי (הקודש), ווייל איר מיינט, אז אין זיי האט איר אייביק לעבן; און זיי זענען עס, וואס זאגן עדות וועגן מיר.
האבן זיי געזאגט צו אים: וואס זאלן מיר טאן, כדי מיר זאלן עוסק זיין אין די מעשים פון ה׳?
ווייל איך בין אראפגעקומען פון הימל, נישט כדי איך זאל טאן מיין ווילן, נאר דעם רצון פון אים, וואס האט מיך געשיקט.
ווי דער לעבעדיקער פאטער האט מיך געשיקט, און איך לעב דורך דעם פאטער, אזוי דער, וואס עסט מיך, וועט לעבן דורך מיר.
און זיי האבן געזאגט: גלויב אין דעם האר יהושע/ישוע, און דו וועסט געראטעוועט ווערן און (אויך) דיין הויזגעזינד.
דערמאנען מיר די פעולה פון אייער אמונה און די באמיאונג פון אייער ליבע און די סבלנות פון אייער האפענונג אויף אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, פאר אונדזער ג‑ט און פאטער;
און ווערנדיק שלמותדיק, איז ער געווארן די סיבה פון אן אייביקער ישועה צו די אלע, וואס געהארכן אים;
זעסט, אז די אמונה האט מיטגעווירקט מיט זיינע מעשים, און דורך די מעשים איז די אמונה געווארן שלמותדיק;
און אָט דאס דאזיקע איז זיין געבאט, אז מיר זאלן גלויבן אין דעם נאמען פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח, און ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי ער האט אונדז געגעבן א געבאט.
יעדער איינער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער איז געבוירן פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב דעם, וואס האט געבוירן, האט אויך ליב דעם, וואס איז געבוירן געווארן פון אים.
און דער, וואס איז מנצח און דער, וואס היט אפ מיינע מעשים, אים וועל איך געבן מאכט איבער די אומות (העולם);