23 עס זענען אבער אנגעקומען שיפלעך פון טבריה נאענט צום ארט, וואו זיי האבן געגעסן דאס ברויט, נאך דעם ווי דער האר האט געמאכט א ברכה.
און גענומען די זיבן לעבלעך ברויט און די פיש; האט געמאכט א ברכה און זיי צובראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן.
און זעענדיק זי, האט דער האר זיך דערבארעמט איבער איר, און צו איר געזאגט: קלאג נישט!
האט יוחנן זיי געשיקט צו דעם האר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן?
נאך דעם איז יהושע/ישוע אוועק אויף דער אנדערער זייט פון דעם ים פון גליל—ים כנרת (טבריה).