20 ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך בין עס; האט נישט קיין מורא!
און ער זאגט צו זיי: שרעקט זיך נישט! איר זוכט יהושען/ישוען פון נצרת, דעם וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן; ער איז אויפגעשטאנען; ער איז דא נישטא; אָט איז דאס ארט, וואו מען האט אים געלייגט! (תהלים טז, י.)
ווארום אלע האבן אים געזען, און האבן זיך דערשראקן. ער אבער האט תיכף גערעדט מיט זיי, און צו זיי געזאגט: זייט געטרייסט; איך בין עס;
און ווען זיי האבן געהאט גערודערט אן ערך פינף און צוואנציק אדער דרייסיק סטאדיען, האבן זיי געזען יהושען/ישוען ארומגיין אויפן ים, און זיך דערנענטערן צום שיפל; און זיי האבן מורא געהאט.
און זיי האבן געוואלט אים נעמען אין שיפל אריין, און גלייך איז דאס שיפל געקומען צום לאנד, וואואהין זיי זענען געפארן.