און גרויסע המונים מענטשן האבן זיך פארזאמלט צו אים, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און האט זיך אנידערגעזעצט; און די גאנצע מאסע מענטשן איז געשטאנען ביים ברעג.
ער אבער איז ארויסגעגאנגען, און האט אנגעהויבן א סך דערפון צו דערציילן, און צו פארשפרייטן די זאך, אז ער האט שוין מער נישט געקענט אפן אריינגיין אין א שטאט, נאר איז געווען אינדרויסן אין מדבריותדיקע ערטער; און מען איז געקומען צו אים פון אומעטום.