19 און ווען זיי האבן געהאט גערודערט אן ערך פינף און צוואנציק אדער דרייסיק סטאדיען, האבן זיי געזען יהושען/ישוען ארומגיין אויפן ים, און זיך דערנענטערן צום שיפל; און זיי האבן מורא געהאט.
און זע, צוויי פון זיי זענען דעם זעלביקן טאג געווען אויפן וועג אין א דארף אריין מיטן נאמען עמאוס, וואס איז געלעגן זעכציק אקער‑פעלד פון ירושלים.
און בעת ער איז נאך געווען אויפן וועג צו אים, האט דער בייזער גייסט אים א ריס געטאן און געמאטערט. יהושע/ישוע אבער האט אנגעשריגן אויף דעם אומריינעם גייסט, און געהיילט דאס יינגל און אים אפגעגעבן צו זיין פאטער.
און בית‑היני איז געווען נאענט צו ירושלים, אן ערך פיפצן אקערפעלד ווייט;
איך וועל אייך נישט איבערלאזן ווי יתומים; איך וועל קומען צו אייך.
און דער ים האט זיך אויפגעהויבן, ווייל עס האט געבלאזן א שטארקער ווינט.
ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך בין עס; האט נישט קיין מורא!
און דער וויינקעלטער איז געטרעטן געווארן אויסער דער שטאט, און בלוט איז ארויסגעפלאסן פון דעם וויינקעלטער, ביז צו די ציימלעך פון די פערד, א שטח פון טויזנט זעקס הונדערט אקער פעלד.
און די שטאט ליגט פירעקיק, און איר לענג איז אזויפיל ווי איר ברייט; און ער האט געמאסטן די שטאט מיט דעם שטעקן, צוועלף טויזנט סטאדיען; איר לענג און ברייט און הויך זענען גלייך.