14 ווען דעריבער די מענטשן האבן געזען דאס נס, וואס ער האט געטאן, האבן זיי געזאגט: דאס איז באמת דער נביא, וועלכער דארף קומען אין דער וועלט אריין.
און געזאגט צו אים: ביסטו דער, וואס זאל קומען, אדער האבן מיר צו ווארטן אויף אן אנדערן?
די המונים אבער האבן געזאגט: דאס איז דער נביא יהושע/ישוע פון נצרת, אין גליל.
און ער האט צו זיי געזאגט: וואס? און זיי האבן צו אים געזאגט: דאס פון יהושע/ישוע פון נצרת, וואס איז געווען א נביא, מעכטיק אין טאט און אין ווארט פאר ה׳ און דעם גאנצן פאלק;
און אלעמען האט אנגעכאפט א מורא; און זיי האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: א גרויסער נביא איז אויפגעשטאנען צווישן אונדז, און ה׳ האט זיך אומגעקוקט אויף זיין פאלק.
און זיי האבן אים געפרעגט: טאָ ווער דען? צי ביסטו אליהו? און ער זאגט: איך בין עס נישט. צי ביסטו דער נביא? און ער האט געענטפערט: ניין.
זאגט זי צו אים: יא, האר, איך גלויב, אז דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, וואס זאל קומען אין דער וועלט אריין.
דעם דאזיקן אנהויב פון די נסים האט יהושע/ישוע געמאכט אין קנה פון גליל, און האט אנטפלעקט זיין הערלעכקייט, און זיינע תלמידים האבן אין אים געגלויבט.
זאגט די פרוי צו אים: האר, איך זע, אז דו ביסט א נביא.
זאגט צו אים די פרוי: איך ווייס, אז דער משיח קומט, (וואס הייסט געזאלבטער) ווען ער וועט קומען, וועט ער אונדז אלץ זאגן.
און האבן געזאגט צו דער פרוי: מיר גלויבן מער נישט צוליב דיין רעדן, ווארום מיר אליין האבן אים געהערט; און ווייסן, אז ער איז באמת דער משיח, דער גואל פון דער וועלט.
און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, ווייל זיי האבן געזען די נסים, וואס ער האט געטאן מיט די קראנקע.
האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט און געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: איר זוכט מיך, נישט ווייל איר האט געזען נסים נאר ווייל איר האט געגעסן פון די ברויטן און זענט זאט געווארן.
האבן זיי געזאגט צו אים: וואס פאר א נס טוסטו דען, אז מיר זאלן זען און דיר גלויבן? וואס טוסטו?
און אייניקע פון דעם המון, וואס האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, האבן געזאגט: דאס איז באמת דער נביא!
דאס איז דער משה, וועלכער האט געזאגט צו די קינדער ישראל: א נביא וועט דער האר אייער ג‑ט אייך אויפשטעלן פון אייערע ברידער, גלייך צו מיר; אים זאלט איר הערן. (דברים יח, טו.)