11 דאן האט יהושע/ישוע גענומען די ברויטן, האט געמאכט א ברכה און זיי צעטיילט צו די, וואס האבן זיך אנידערגעזעצט; דעסגלייכן אויך פון די פישלעך, וויפל זיי האבן געוואלט.
און גענומען די זיבן לעבלעך ברויט און די פיש; האט געמאכט א ברכה און זיי צובראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן.
און עס איז געשען, בשעתן אנידערזעצן זיך צוזאמען מיט זיי צום טיש, האט ער גענומען דאס ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי.
זאגט יהושע/ישוע צו זיי: ברענגט אהער פון די פיש, וואס איר האט איצט געכאפט.
קומט יהושע/ישוע און נעמט דאס ברויט און גיט עס זיי, און אויך אזוי דעם פיש.
און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן אויפן לאנד, זען זיי א פייער פון קוילן אנגעלייגט און א פיש ליגן דערויף און ברויט.
עס זענען אבער אנגעקומען שיפלעך פון טבריה נאענט צום ארט, וואו זיי האבן געגעסן דאס ברויט, נאך דעם ווי דער האר האט געמאכט א ברכה.
עס איז דא דא א יינגל, וואס האט פינף גערשטן ברויט און צוויי פישלעך; נאר וואס איז דאס פאר אזויפיל (לייט)?
און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער גענומען ברויט, און געדאנקט ה׳ פאר אלעמען; און האט עס צעבראכן, און אנגעהויבן עסן.
דער, וואס האלט (א געוויסן) טאג, האלט ער אים פאר דעם האר; און דער, וואס עסט, עסט פאר דעם האר, ווארום ער דאנקט דאך ה׳ דערפאר; און דער, וואס עסט נישט, עסט נישט פאר דעם האר; און דאנקט אויך ה׳ דערפאר.
דעריבער, אויב איר עסט אדער טרינקט, אדער וואס איר זאלט נישט טאן, טוט אלץ צו ה׳ס כבוד.
זייט דאנקבאר פאר אלעם; ווארום דאס איז ה׳ס רצון אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייערטוועגן.