9 און גלייך איז דער מענטש געזונט געווארן, און האט גענומען זיין בעט, און איז ארומגעגאנגען. און יענער טאג איז געווען א שבת.
און ער איז צוגעגאנגען און האט זי אנגענומען ביי דער האנט, און זי אויפגעשטעלט; און דאס פיבער איז פון איר אוועק, און זי האט זיי באדינט.
און גלייך איז די צרעת פון אים אוועק, און ער איז געווארן ריין.
און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי; דיין גלויבן האט דיר געהאלפן! און תיכף איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט אויפן וועג. (ישעיהו מב, ו-ז.)
און גלייך האט זיך פארטריקנט דער קוואל פון איר בלוט; און זי האט געפילט אין איר קערפער, אז זי איז געהיילט געווארן פון דער פלאג.
שפעטער האט יהושע/ישוע אים געפונען אין בית המקדש, און צו אים געזאגט: זע, דו ביסט געזונט געווארן; זינדיק נישט מער, כדי קיין ערגערס זאל דיר נישט געשען.
אויב דער מענטש ווערט געמלט אין שבת, כדי מען זאל נישט עובר זיין אויף תורת משה, זענט איר צארנדיק אויף מיר, ווייל איך האב א גאנצן מענטשן געזונט געמאכט אין שבת?
און דער טאג איז געווען א שבת, ווען יהושע/ישוע האט געמאכט דאס ליים, און אים געעפנט זיינע אויגן.