7 האט דער חולה אים געענטפערט: האר, איך האב נישט קיין מענטשן, מיך אריינצואווארפן אין טייך אריין, ווען דאס וואסער ווערט באוועגט; נאר בשעת איך קום, גייט אן אנדערער אראפ פאר מיר.
און אין ירושלים ביים שער הצאן איז דא א טייך, וואס הייסט אויף לשון קודש בית-חסדא, און האט פינף זאלן.
אין די דאזיקע איז געלעגן א מאסע קראנקע, בלינדע, הינקענדיקע, אויסגעצערטע, (וואס האבן געווארט, אז דאס וואסער זאל זיך באוועגן;
ווארום פון צייט צו צייט פלעגט אראפקומען א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) אין דעם טייך אריין און באוועגן דאס וואסער; דעריבער ווער עס איז אריינגעגאנגען דער ערשטער נאך דער באוועגונג פונם וואסער, דער איז געזונט געווארן, פון יעדער קראנקייט וואס ער האט נאר געהאט.)
ווען יהושע/ישוע האט געזען דעם דאזיקן ליגן, און האט זיך דערוואוסט, אז ער ליגט שוין דארט א לאנגע צייט, זאגט ער צו אים: ווילסט געזונט ווערן?
ווייל ווען מיר זענען נאך געווען שוואך, איז דער משיח, אין דער געהעריקער צייט, געשטארבן פאר די רשעים.
צי ווייסט איר דען נישט, אז די, וואס לויפן אויף דער ארענע, לויפן טאקע אלע, איינער אבער דערלאנגט דעם פריז? אזוי זאלט איר לויפן, כדי איר זאלט עס באקומען.