45 מיינט נישט אז איך וועל אייך מקטרג זיין ביי דעם פאטער; אייער מקטרג איז משה, אויף וועמען איר האט געהאפט.
אברהם אבער זאגט: זיי האבן (תורת) משה און די נביאים; זאלן זיי זיי הערן.
דער, וואס ווארפט מיך אפ און נעמט נישט אָן מיינע רייד, האט שוין זיין שופט; דאס ווארט, וואס איך האב גערעדט, דאס וועט אים משפטן אין דעם לעצטן טאג.
צי האט משה (רבינו) אייך דען נישט געגעבן די תורה? און (דאך) האלט קיינער פון אייך די תורה נישט. פארוואס זוכט איר מיך צו טייטן?
ווי אבער זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען איינער נאכן אנדערן, אנהויבנדיק פון די זקנים ביז צו די לעצטע; און יהושע/ישוע איז איבערגעבליבן איינער אליין, און די פרוי שטייענדיק אין דער מיט.
ווארום אלע, וואס האבן געזינדיקט אָן א תורה, וועלן אויך אָן א תורה פארלוירן ווערן; און אלע, וואס האבן געזינדיקט אונטער דער תורה, וועלן געמשפט ווערן דורך דער תורה;
ווארום אלע, וואס זענען פארלאזן זיך אויף די מעשים פון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אויף די ווערט פון תרי״ג זכות), זענען אונטער א קללה; ווייל עס שטייט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער פארבלייבט נישט אין אלעם, וואס עס שטייט געשריבן אין דער ספר תורה, עס צו טאן. (דברים כז, כו.)