41 כבוד פון מענטשן נעם איך נישט אָן.
ווארום זיי האבן ליבער געהאט דעם כבוד פון מענטשן, ווי דעם כבוד פון ה׳.
איך אבער נעם נישט אָן דאס עדות זאגן פון א מענטשן, נאר דאס זאג איך, כדי איר זאלט געראטעוועט ווערן.
און איר ווילט נישט קומען צו מיר, כדי איר זאלט האבן לעבן.
נאר איך קען אייך, אז איר האט נישט די ליבע פון ה׳ אין זיך.
וויאזוי קענט איר גלויבן, איר, וואס נעמט אָן כבוד איינער פונם אנדערן, און דעם כבוד, וואס קומט פון דעם איינציקן ג-ט, זוכט איר נישט?
דעריבער ווי יהושע/ישוע האט זיך דערוואוסט, אז זיי ווילן קומען און אים כאפן, כדי אים צו מאכן פאר א קעניג, האט ער זיך ווידער צוריקגעצויגן אויף דעם בארג ארויף איינער אליין.
ווער עס רעדט פון זיך אליין, דער זוכט זיין אייגענעם כבוד; ווער אבער עס זוכט דעם כבוד פון אים, וואס האט אים געשיקט, דער דאזיקער איז ווארהאפטיק, און קיין אומגערעכטיקייט איז אין אים נישט פאראן.
איך אבער זוך נישט מיין כבוד. עס איז פאראן איינער, וואס זוכט און משפט.
יהושע/ישוע האט געענטפערט: אויב איך פארהערלעך מיך אליין, איז מיין כבוד גארנישט. עס איז מיין פאטער, וועלכער פארהערלעכט מיך, וועגן וועמען איר זאגט, אז ער איז אייער ג‑ט;
אויך נישט זוכנדיק כבוד פון מענטשן, צי פון אייך צי פון אנדערע,
ווארום דערצו זענט איר בארופן געווארן; ווייל אויך משיח האט געליטן פאר אייערטוועגן, און איבערגעלאזט א ביישפיל פאר אייך, כדי איר זאלט נאכפאלגן זיינע פוסטריט;
ווארום ער האט באקומען פון ג‑ט דעם פאטער כבוד און הערלעכקייט, ווען אזא קול איז אראפגעקומען צו אים פון דער מאיעסטעטישער הערלעכקייט: (ציטירן ניטציטירן) דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן;