35 ער איז געווען דאס ברענענדיקע און שיינענדיקע ליכט; און איר האט זיך געוואלט משמח זיין לפי שעה אין זיין ליכט.
באמת זאג איך אייך, עס איז נישט אויפגעשטאנען צווישן די ילודי אשה קיין גרעסערער ווי יוחנן פון דער (ירדן) מקווה. דאך איז דער קלענסטער אין דעם מלכות השמים גרעסער ווי ער.
וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, מוזן מיר מורא האבן פאר דעם המון? מחמת אלע האלטן יוחנן פאר א נביא.
און עס איז ארויסגעגאנגען צו אים דאס גאנצע לאנד יהודה, און אלע לייט פון ירושלים; און זענען געטובלט געווארן אין א מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, און האבן זיך מתוודה געווען אויף זייערע זינד.
ווייל הורדוס האט זיך געפארכטן פאר יוחנן, וויסנדיק אז ער איז אן איש צדיק וקדוש; און האט אים געשיצט. און ווען ער האט אים געהערט, איז ער געווען אין גרויס פארלעגנהייט, און דאך האט ער אים גערן געהערט.
איך זאג אייך, צווישן די, וואס זענען געבוירן געווארן פון פרויען, איז נישט פאראן קיין גרעסערער פון יוחנן; דאך איז דער קלענסטער אינם קעניגרייך פון ה׳ גרעסער ווי ער.
פון דעמאלט אָן האבן א סך פון זיינע תלמידים זיך צוריקגעצויגן, און זענען מיט אים מער נישט ארומגעגאנגען.
און פעסטער איז דאס נביאיש ווארט, וואס מיר האבן; און איר וועט טאן גוט, האלטנדיק זיך דערצו, ווי צו א ליכט, וואס שיינט אויף א טונקל ארט, ביז דער טאג ברעכט אריין, און דער מארגנשטערן וועט אויפגיין אין אייערע הערצער;