Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 5:32 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

32 אן אנדערער איז עס, וואס זאגט עדות וועגן מיר; און איך ווייס, אז ווארהאפטיק איז דאס עדות זאגן, וואס ער זאגט וועגן מיר.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 5:32
11 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן!


און זע, א קול פון הימל האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן!


און עס איז געקומען א קול אויס דעם הימל: דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!


און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!


און איך האב אים נישט געקענט; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט טובל צו זיין מיט וואסער אין א מקווה, האט צו מיר געזאגט: אויף וועמען דו וועסט זען דעם גייסט אראפשוועבן, און בלייבן אויף אים, דער דאזיקער איז עס, וועלכער איז טובל אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש.


און איך ווייס, אז זיין געבאט איז אייביק לעבן. דעריבער וואס איך רעד, רעד איך אזוי, ווי דער פאטער האט צו מיר גערעדט.


איך אבער נעם נישט אָן דאס עדות זאגן פון א מענטשן, נאר דאס זאג איך, כדי איר זאלט געראטעוועט ווערן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ