3 אין די דאזיקע איז געלעגן א מאסע קראנקע, בלינדע, הינקענדיקע, אויסגעצערטע, (וואס האבן געווארט, אז דאס וואסער זאל זיך באוועגן;
און עס זענען געקומען צו אים גרויסע המונים מענטשן, וואס האבן געהאט מיט זיך לאמע, בלינדע, שטומע, קאליקעס, און א סך אנדערע; און האבן זיי אנידערגעווארפן פאר זיינע פיס, און ער האט זיי געהיילט;
און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;
און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר האט געזען און געהערט: בלינדע ווערן זעענדיק, לאמע גייען ארום, מצורעים ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, טויטע שטייען אויף, צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה. (ישעיהו לה, ה-ו; סא, א.)
און אין ירושלים ביים שער הצאן איז דא א טייך, וואס הייסט אויף לשון קודש בית-חסדא, און האט פינף זאלן.
ווארום פון צייט צו צייט פלעגט אראפקומען א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) אין דעם טייך אריין און באוועגן דאס וואסער; דעריבער ווער עס איז אריינגעגאנגען דער ערשטער נאך דער באוועגונג פונם וואסער, דער איז געזונט געווארן, פון יעדער קראנקייט וואס ער האט נאר געהאט.)
אבער אויב מיר האפן אויף דעם, וואס מיר זען נישט, ווארטן מיר דערויף מיט סבלנות.
זייט געדולדיק דעריבער, ברידער, ביז צום קומען פון דעם האר. זע, דער פארמער ווארט אויף דער טייערער פרוכט פון דער ערד, און האט געדולד מיט איר, ביז זי באקומט דעם פריען און שפעטן רעגן.