Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 5:28 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

28 וואונדערט זיך נישט איבער דעם; ווייל א שעה קומט אָן, אין וועלכער אלע, וואס זענען אין די קברים, וועלן הערן זיין קול,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 5:28
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

וואונדער דיך נישט, ווייל איך האב דיר געזאגט: איר מוזט ווידער געבוירן ווערן.


זאגט יהושע/ישוע צו איר: גלויב מיר, אשה, אז עס קומט א שעה, ווען נישט אויף דעם דאזיקן בארג, נישט אין ירושלים וועט איר זיך בוקן צום פאטער.


נאר עס קומט א שעה, און איז שוין איצט, ווען די ווארהאפטיקע דינער פון ה׳, וועלן זיך בוקן צום פאטער אין גייסט און אין דער ווארהייט; ווארום דער פאטער זוכט אזעלכע, וואס זאלן זיך בוקן צו אים.


ווארום דער פאטער האט ליב דעם זון, און ווייזט אים אלץ, וואס ער אליין טוט; און גרעסערע מעשים ווי די דאזיקע וועט ער אים ווייזן, כדי איר זאלט זיך וואונדערן.


באמת, באמת זאג איך אייך: עס קומט אָן א שעה, און איז שוין, ווען די מתים וועלן הערן דאס קול פון דעם זון פון דער אויבערשטער; און די, וואס הערן עס, וועלן לעבן.


און האב א האפענונג צו ה׳, וועלכע זיי אליין דערווארטן, אז עס וועט זיין א תחית המתים פון צדיקים און רשעים.


און זעענדיק דאס, האט פעטרוס געענטפערט דעם עולם: איר מענער פון ישראל, וואס וואונדערט איר זיך איבער דער דאזיקער זאך? אדער וואס קוקט איר אזוי אויף אונדז, גלייך ווי מיט אונדזער אייגענעם כוח אדער פרומקייט האבן מיר אים געמאכט ארומגיין?


ווארום ווי אין אדם (הראשון) שטארבן אלע, אזוי וועלן אויך אין דעם משיח אלע לעבעדיק געמאכט ווערן.


וועלכער וועט איבעראנדערשן דעם גוף פון אונדזער שיפלות, גלייך צו ווערן צום גוף פון זיין כבוד, לויט דער קראפט, מיט וועלכער ער קען אלץ אונטערטעניקן צו זיך אליין.


און איך האב געזען די טויטע, די גרויסע און די קליינע, שטיין פאר דעם כסא הכבוד; און ספרים זענען געווען אויפגעמאכט; און אן אנדער ספר איז אויפגעמאכט געווארן, דאס איז דאס ספר החיים (בוך פון לעבן); און די מתים זענען געמשפט געווארן אויס דעם, וואס שטייט געשריבן אין די ספרים, לויט זייערע מעשים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ