Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 5:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 דערפאר טאקע האבן די יידן נאך מער געזוכט אים צו טייטן, ווייל נישט נאר האט ער מחלל שבת געווען, נאר האט געזאגט, אז ה׳ איז זיין פאטער (ישעיהו ד, ב.), מאכנדיק זיך גלייך צו ג‑ט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 5:18
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אדער האט איר נישט געלייענט אין דער תורה, אז אלע שבת זענען די כהנים מחלל שבת אין בית המקדש, און פארזינדיקן זיך דאך נישט?


און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו?


איך און דער פאטער זענען מיר איינס.


האבן די יידן אים געענטפערט: פאר מעשים טובים שטייניקן מיר דיך נישט, נאר פאר חלול‑השם, און ווייל דו, זייענדיק א מענטש, מאכסט דיך פאר ג‑ט.


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב עמיצער האט מיך ליב, וועט ער האלטן מיין ווארט; און מיין פאטער וועט אים ליב האבן; און מיר וועלן קומען צו אים און מאכן א וואוינונג (פאר אונדז) ביי אים.


זאגט יהושע/ישוע צו אים: אזא לאנגע צייט בין איך שוין מיט אייך, און דו קענסט מיך נישט, פיליפוס? ווער עס האט מיך געזען, דער האט געזען דעם פאטער; און וויאזוי זאגסטו: ווייז אונדז דעם פאטער?


האבן די יידן אים געענטפערט: מיר האבן א תורה, און לויט דער תורה איז ער חייב מיתה, ווייל ער האט זיך געמאכט פאר ה׳ס זון.


איז דער מענטש אוועקגעגאנגען, און האט געזאגט צו די יידן, אז עס איז יהושע/ישוע, וואס האט אים געזונט געמאכט.


און צוליב דעם האבן די יידן גערודפט יהושען/ישוען, ווייל ער האט עס געטאן אין שבת.


יהושע/ישוע אבער האט זיי געענטפערט: מיין פאטער ארבעט ביז אצונד, און איך ארבעט אויך.


כדי אלע זאלן אפגעבן כבוד דעם זון, ווי זיי גיבן אפ כבוד דעם פאטער. ווער עס גיט נישט אפ כבוד דעם זון, דער גיט נישט אפ כבוד דעם פאטער, וואס האט אים געשיקט.


און נאך דעם איז יהושע/ישוע ארומגעגאנגען אין גליל; ווארום ער האט נישט געוואלט ארומגיין אין (לאנד) יהודה, ווייל די יידן האבן געזוכט אים צו טייטן.


צי האט משה (רבינו) אייך דען נישט געגעבן די תורה? און (דאך) האלט קיינער פון אייך די תורה נישט. פארוואס זוכט איר מיך צו טייטן?


יהושע/ישוע האט געענטפערט: אויב איך פארהערלעך מיך אליין, איז מיין כבוד גארנישט. עס איז מיין פאטער, וועלכער פארהערלעכט מיך, וועגן וועמען איר זאגט, אז ער איז אייער ג‑ט;


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך; איידער אברהם איז געווען, בין איך.


וועלכער, זייענדיק אין דעם געשטאלט פון ג‑ט, האט עס נישט באטראכט פאר א חזקה פעסטצוהאלטן גלייך צו זיין צו ה׳,


און ער האט מיר געוויזן א שטראם פון וואסער פון לעבן, קלאר ווי קריסטאל, וואס איז ארויסגעגאנגען פון ה׳ס כסא הכבוד און פון דעם לעמעלע,


און עס וועט מער נישט זיין קיין קללה; און ה׳ס כסא הכבוד און דעם לעמעלע וועט זיין אין איר; און זיינע קנעכט וועלן אים דינען;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ