15 איז דער מענטש אוועקגעגאנגען, און האט געזאגט צו די יידן, אז עס איז יהושע/ישוע, וואס האט אים געזונט געמאכט.
ער אבער איז ארויסגעגאנגען, און האט אנגעהויבן א סך דערפון צו דערציילן, און צו פארשפרייטן די זאך, אז ער האט שוין מער נישט געקענט אפן אריינגיין אין א שטאט, נאר איז געווען אינדרויסן אין מדבריותדיקע ערטער; און מען איז געקומען צו אים פון אומעטום.
און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו?
קומט, זעט א מענטשן, וועלכער האט מיר געזאגט אלץ, וואס איך האב געטאן; איז דאס נישט אפשר דער משיח?
די יידן האבן דעריבער געזאגט צום געהיילטן: עס איז שבת, און דו טארסט נישט טראגן דאס בעט.
האבן זיי אים געפרעגט: ווער איז דער מענטש, וואס האט צו דיר געזאגט: נעם און גיי?
און צוליב דעם האבן די יידן גערודפט יהושען/ישוען, ווייל ער האט עס געטאן אין שבת.
דערפאר טאקע האבן די יידן נאך מער געזוכט אים צו טייטן, ווייל נישט נאר האט ער מחלל שבת געווען, נאר האט געזאגט, אז ה׳ איז זיין פאטער (ישעיהו ד, ב.), מאכנדיק זיך גלייך צו ג‑ט.
דעריבער האבן אויך די פרושים אים ווידער געפרעגט, וויאזוי ער איז זעענדיק געווארן. און ער האט צו זיי געזאגט: ער האט ארויפגעלייגט ליים אויף מיינע אויגן, און איך האב מיך געוואשן, און איך זע.
האט יענער געענטפערט: צי ער איז זינדיק ווייס איך נישט; איין זאך ווייס איך יא, אז איך בין געווען בלינד און איצט זע איך.
האט דער מענטש געענטפערט און געזאגט צו זיי: אָט אין דעם דאזיקן ליגט דאָ דער חידוש, אז איר ווייסט נישט פונוואנען ער איז, און ער האט מיר געעפנט מיינע אויגן.
האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט אינגאנצן געבוירן געווארן אין זינד, און דו לערנסט אונדז? און האבן אים ארויסגעווארפן אינדרויסן.