14 שפעטער האט יהושע/ישוע אים געפונען אין בית המקדש, און צו אים געזאגט: זע, דו ביסט געזונט געווארן; זינדיק נישט מער, כדי קיין ערגערס זאל דיר נישט געשען.
דאן גייט ער, און נעמט מיט זיך זיבן אנדערע גייסטער, ערגערע ווי ער אליין, און זיי גייען אריין און וואוינען דארט; און דער סוף פון יענעם מענטשן ווערט ערגער ווי דער אנהויב. אָט אזוי וועט עס זיין מיט דעם דאזיקן בייזן דור.
און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער גלויבן, זאגט ער צום פאראליטיקער: קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
און דער, וואס איז געהיילט געווארן, האט נישט געוואוסט, ווער עס איז; ווארום יהושע/ישוע האט זיך אוועקגעקערט, מחמת עס איז געווען א המון מענטשן אויף דעם ארט.
און דארט איז געווען א מענטש, וואס איז קראנק געווען אכט און דרייסיק יאר לאנג.
האט זי געזאגט: קיינער נישט, האר. האט יהושע/ישוע געזאגט: אפילו איך פארמשפט דיך נישט; גיי, און פון איצט אָן זינדיק נישט מער.)
ווארום עס איז גענוג, אז אין דער פארגאנגענער צייט האבן מיר געהאנדלט לויטן ווילן פון די אומות (העולם), לעבנדיק אין תאוות, זויפן וויין, הוליאנקעס, שכרות און אין פארברעכערישע עבודה זרות;