53 דער פאטער האט דעריבער געוואוסט, אז עס איז געווען אין יענער שעה, איז וועלכער יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: דיין זון לעבט; און ער האט געגלויבט און דאס גאנצע הויז זיינס.
און יהושע/ישוע האט געזאגט צו דעם אפיציר: גיי, זאל דיר געשען אזוי, ווי דו האסט געגלויבט! און דער משרת איז געהיילט געווארן אין יענער שעה.
יהושע/ישוע האט אבער צו אים געזאגט: היינט איז א ישועה געקומען אויף דעם דאזיקן הויז, ווייל אפילו ער איז א בן אברהם;
און בשעת ער איז אראפגעגאנגען, האבן אים זיינע קנעכט באגעגענט, און געזאגט, אז זיין יינגל לעבט.
ער האט זיך דעריבער נאכגעפרעגט ביי זיי די שעה, אין וועלכער עס איז אים בעסער געווארן. האבן זיי אים געזאגט: נעכטן אין דער זיבעטער שעה האט דאס פיבער אים פארלאזט.
וועלכער וועט רעדן צו דיר ווערטער, דורך וועלכע דו וועסט געהאלפן ווערן און דיין גאנץ הויז.
און ווען זי איז געטובלט געווארן אין דער מקווה, און איר הויזגעזינד, האט זי (אונדז) געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב איר האלט מיך פאר א גלויביקע אינם האר, קומט און שטייט איין אין מיין הויז. און האט אונדז שטארק געבעטן.
און האט זיי אריינגעפירט אין זיין הויז, און געדעקט א טיש (פאר זיי), און זיך זייער געפריידט מיט זיין גאנץ הויזגעזינד, אז ער איז געווארן א מאמין אין ה׳.
קריספוס אבער, דער גבאי פון דער שול, האט געגלויבט אין דעם האר צוזאמען מיט זיין גאנץ הויזגעזינד; און א סך פון די קארינטער, וועלכע האבן געהערט, האבן געגלויבט און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה.
ווארום די הבטחה איז צו אייך און צו אייערע קינדער, און צו אלע, וואס זענען פון ווייטן, וועלכע דער האר אונדזער ג‑ט וועט רופן.