52 ער האט זיך דעריבער נאכגעפרעגט ביי זיי די שעה, אין וועלכער עס איז אים בעסער געווארן. האבן זיי אים געזאגט: נעכטן אין דער זיבעטער שעה האט דאס פיבער אים פארלאזט.
און יהושע/ישוע האט אנגעשריגן אויף אים, און דער בייזער גייסט איז פון אים ארויס, און דאס יינגל איז געזונט געווארן פון יענער שעה אָן.
און יהושע/ישוע האט געזאגט צו דעם אפיציר: גיי, זאל דיר געשען אזוי, ווי דו האסט געגלויבט! און דער משרת איז געהיילט געווארן אין יענער שעה.
און בשעת ער איז אראפגעגאנגען, האבן אים זיינע קנעכט באגעגענט, און געזאגט, אז זיין יינגל לעבט.
דער פאטער האט דעריבער געוואוסט, אז עס איז געווען אין יענער שעה, איז וועלכער יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: דיין זון לעבט; און ער האט געגלויבט און דאס גאנצע הויז זיינס.