Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 4:46 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

46 און ער איז ווידעראמאל געקומען קיין קנה פון גליל, וואו ער האט געמאכט פון דעם וואסער וויין. און עס איז געווען א געוויסער קעניגלעכער באאמטער, וועמעס זון איז געלעגן קראנק אין כפר‑נחום.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 4:46
14 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זע, א כנענישע פרוי איז ארויסגעקומען פון יענע גרענעצן, און האט געשריגן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף מיר! מיין טאכטער ווערט ביטער געפלאגט פון א בייזן גייסט!


און האט פארלאזט נצרת, און איז געקומען און האט געוואוינט אין כפר‑נחום, וואס ליגט ביים ים, אין די געביטן פון זבולון און נפתלי;


בעת ער האט דאס צו זיי גערעדט, זע, א שר איז געקומען, און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: מיין טאכטער איז נאר וואס געשטארבן; נאר קום און לייג דיין האנט אויף איר, און זי וועט לעבן.


און ער האט צו זיי געזאגט: זיכער וועט איר מיר זאגן דאס דאזיקע שפריכווארט: רופא, הייל דיך אליין! אלץ, וואס מיר האבן געהערט, אז עס איז געשען אין כפר‑נחום, טו אויך דא אין דיין פאטערשטאט!


און א געוויסן אפיצירס א קנעכט, וועלכער איז געווען ביי אים טייער געשעצט, איז געלעגן קראנק און געהאלטן ביים שטארבן.


ווייל ער האט געהאט אן איין איינציקע טאכטער קנאפע צוועלף יאר אלט, און זי האט געהאלטן ביים שטארבן. און בשעת ער איז אהינגעגאנגען האבן די המונים מענטשן זיך געדרענגט ארום אים.


נאך דעם איז ער אראפגעגאנגען קיין כפר‑נחום, ער און זיין מוטער און די ברידער און זיינע תלמידים, און זענען דארט פארבלייבן נישט קיין סך טעג.


עס זענען געווען צוזאמען שמעון פעטרוס און תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, און נתנאל פון קנה אין גליל, און זבדיס זין, און אנדערע צוויי פון זיינע תלמידים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ