33 האבן די תלמידים דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט אים דען עמיצער געברענגט עפעס צו עסן?
און ווען עס איז געווארן טאג, האט ער גערופן צו זיך זיינע תלמידים און אויסדערוויילט פון זיי צוועלף, וועלכע ער האט אויך א נאמען געגעבן שליחים:
זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס דאזיקע ווארט און עס איז געווען פארהוילן פון זיי, כדי זיי זאלן נישט וויסן די באטייטונג דערפון; און זיי האבן מורא געהאט אים צו פרעגן וועגן דעם דאזיקן ווארט.
איינער פון די צוויי, וואס האבן געהערט פון יוחנן און האבן אים נאכגעפאלגט, איז געווען אנדריי, דער ברודער פון שמעון פעטרוס.
און אויך יהושע/ישוע און זיינע תלמידים זענען פארבעטן געווארן אויף דער חתונה.
ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך האב א שפייז צו עסן, וואס איר קענט זי נישט.