Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 4:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 האט ער פארלאזט דאס לאנד יהודה, און איז ווידער אוועק קיין גליל.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 4:3
11 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווען זיי פארפאלגן אייך אין דער דאזיקער שטאט, אנטלויפט אין דער אנדערער אריין. מחמת באמת זאג איך אייך: איר וועט נישט דורכגיין די שטעט פון ישראל, ביז דער בר אנש וועט קומען.


און יהושע/ישוע איז אוועקגעגאנגען מיט זיינע תלמידים צום ים, און א גרויסער עולם מענטשן פון גליל האט נאכגעפאלגט; און פון יהודה,


און עס איז געשען, אויף דער נסיעה קיין ירושלים, אז ער איז דורכגעגאנגען דורך דער מיט פון שומרון און גליל.


צומארגנס האט ער געוואלט ארויסגיין קיין גליל, און געפינט פיליפוסן; און יהושע/ישוע זאגט צו אים: פאלג מיר נאך.


און ער איז ווידער אוועק קיין עבר הירדן, צו דעם ארט, וואו יוחנן פלעגט צום ערשט טובל זיין אין דער מקווה, און איז דארט פארבלייבן.


יהושע/ישוע איז דעריבער מער נישט ארומגעגאנגען עפנטלעך צווישן די יידן, נאר איז אוועק פון דארטן צו דער געגנט נאענט פון דער מדבר, אין א שטאט, וואס מען רופט זי עפרים, און איז דארט פארבלייבן מיט די תלמידים.


דעם דאזיקן אנהויב פון די נסים האט יהושע/ישוע געמאכט אין קנה פון גליל, און האט אנטפלעקט זיין הערלעכקייט, און זיינע תלמידים האבן אין אים געגלויבט.


נאך דעם איז יהושע/ישוע אוועק מיט זיינע תלמידים צום לאנד יהודה, און איז דארטן פארבלייבן מיט זיי, און האט טובל געווען אין דער מקווה.


וואס ער האט געזען און געהערט, דערפון זאגט ער עדות; און זיין עדות זאגן נעמט קיינער נישט אָן.


ווי דער דאזיקער האט געהערט, אז יהושע/ישוע איז אנגעקומען פון יהודה קיין גליל, איז ער אוועק צו אים, און אים געבעטן, אז ער זאל אראפגיין און היילן זיין זון; ווייל ער האט געהאלטן ביים שטארבן.


און נאך דעם איז יהושע/ישוע ארומגעגאנגען אין גליל; ווארום ער האט נישט געוואלט ארומגיין אין (לאנד) יהודה, ווייל די יידן האבן געזוכט אים צו טייטן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ