19 זאגט די פרוי צו אים: האר, איך זע, אז דו ביסט א נביא.
די המונים אבער האבן געזאגט: דאס איז דער נביא יהושע/ישוע פון נצרת, אין גליל.
און ער האט צו זיי געזאגט: וואס? און זיי האבן צו אים געזאגט: דאס פון יהושע/ישוע פון נצרת, וואס איז געווען א נביא, מעכטיק אין טאט און אין ווארט פאר ה׳ און דעם גאנצן פאלק;
און אלעמען האט אנגעכאפט א מורא; און זיי האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: א גרויסער נביא איז אויפגעשטאנען צווישן אונדז, און ה׳ האט זיך אומגעקוקט אויף זיין פאלק.
אבער זעענדיק דאס, האט דער פרוש, וואס האט אים איינגעלאדן, צו זיך אליין גערעדט, אזוי צו זאגן: אויב ער וואלט געווען א נביא, וואלט ער געוואוסט ווער און וואס פאר א סארט פרוי זי איז, וואס רירט אים אָן, אז זי איז א זינדיקע.
ווארום דו האסט שוין געהאט פינף מענער, און ער, וועמען דו האסט איצט, איז נישט דיין מאן; דאס דאזיקע האסטו אמת געזאגט.
קומט, זעט א מענטשן, וועלכער האט מיר געזאגט אלץ, וואס איך האב געטאן; איז דאס נישט אפשר דער משיח?
ווען דעריבער די מענטשן האבן געזען דאס נס, וואס ער האט געטאן, האבן זיי געזאגט: דאס איז באמת דער נביא, וועלכער דארף קומען אין דער וועלט אריין.
און אייניקע פון דעם המון, וואס האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, האבן געזאגט: דאס איז באמת דער נביא!
און ווידער האבן זיי געזאגט צום בלינדן: וואס זאגסטו וועגן אים, אז ער האט דיר געעפנט דיינע אויגן? ער אבער האט געזאגט: ער איז א נביא.