13 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו איר: יעדער איינער, וואס טרינקט פון דעם דאזיקן וואסער, וועט ווידער דארשטיק ווערן;
און ער האט א געשריי געטאן און געזאגט: פאטער אברהם, דערבארם דיך אויף מיר און שיק אלעזרן, אז ער זאל איינטונקען זיין שפיץ פינגער אין וואסער און מיר קילן מיין צונג; מחמת איך לייד פיין אין דעם דאזיקן פלאם!
צי ביסטו דען גרעסער ווי אונדזער פאטער יעקב, וועלכער האט אונדז געגעבן דעם ברונעם, און אליין פון אים געטרונקען, און זיינע זין און זיינע סטאדעס?
ווער אבער עס וועט טרינקען פון דעם וואסער, וואס איך וועל אים געבן, דער וועט ביז אויף אייביק מער נישט דארשטיק ווערן; נאר דאס וואסער, וואס איך וועל אים געבן, וועט ווערן אין אים א וואסער קוואל, וואס שפרודלט צום אייביקן לעבן.
ארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג‑ט דער פאטער געלייגט זיין חותם.
אייערע עלטערן האבן געגעסן מן אין דער מדבר, און זענען געשטארבן.