12 צי ביסטו דען גרעסער ווי אונדזער פאטער יעקב, וועלכער האט אונדז געגעבן דעם ברונעם, און אליין פון אים געטרונקען, און זיינע זין און זיינע סטאדעס?
די מלכה פון תימן וועט אויפשטיין אין דעם משפט מיט דעם דאזיקן דור, און וועט עס פאראורטיילן; ווייל זי איז געקומען פון עק וועלט צו הערן שלמהס חכמה; און זע, א גרעסערער ווי שלמה איז דא דא.
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו איר: יעדער איינער, וואס טרינקט פון דעם דאזיקן וואסער, וועט ווידער דארשטיק ווערן;
אונדזערע אבות האבן זיך געבוקט (צו ה׳) אויף דעם דאזיקן בארג; און איר זאגט, אז אין ירושלים איז דאס ארט, וואו מען דארף זיך בוקן (צו ה׳).
און אזוי קומט ער אין א שטאט פון שומרון, וועלכע מען רופט סוכר, נאענט ביי דעם פעלד, וואס יעקב האט געגעבן צו זיין זון יוסף;
און דארט איז געווען יעקבס ברונעם. און זייענדיק מיד פון דער נסיעה, האט יהושע/ישוע זיך אזוי אנידערגעזעצט ביים ברונעם; עס איז געווען ארום דער זעקסטער שעה.
ביסטו דען גרעסער פון אברהם אבינו, וועלכער איז געשטארבן? אויך די נביאים זענען געשטארבן; פאר וועמען מאכסטו דיך?
ווארום ער איז ראוי געווען אויף מער כבוד ווי משה, פונקט ווי דער, וואס האט געבויט א הויז, האט מער כבוד ווי דאס הויז אליין.