30 ער מוז וואקסן, איך אבער פארמינערט ווערן.
ווער עס האט די כלה, דער איז דער חתן; אבער דער פריינד פון דעם חתן, וואס שטייט און הערט זיך צו צו אים, טוט מיט שמחה זיך פרייען איבער דעם חתנס קול; אָט די דאזיקע פרייד מיינע איז דערפילט.
דער, וואס קומט פון אויבן, איז איבער אלעמען: דער, וואס איז פון דער ערד, איז פון דער ערד, און רעדט פון דער ערד; דער, וואס קומט פון הימל, איז איבער אלעמען.
וואס איז דען אפאלאס? און וואס פוילוס? נאר משרתים, דורך וועלכע איר האט געגלויבט; און יעדער איינער, ווי דער האר האט אים געגעבן.
און ער איז דער קאפ פון דעם גוף, די קהלה; ער איז דער אנהויב, דער בכור פון די טויטע, כדי ער זאל זיין אין אלעם דער ערשטער.
און דער זיבעטער מלאך האט געבלאזן; און עס זענען געקומען הויכע קולות אין הימל, אזוי צו זאגן: דאס מלכות פון דער וועלט איז געווארן (דאס מלכות) פון אונדזער האר און פון זיין משיח; און ער וועט קעניגן לעלמי עולמים. (דניאל ז, יג-יד.)