Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 3:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 3:3
32 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: אז וואויל איז דיר, שמעון בר‑יונה; ווייל בשר ודם האט עס דיר נישט אנטפלעקט, נאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל!


און ווידער זאג איך אייך: א קעמל קען לייכטער אריינגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי א רייכער אין דעם קעניגרייך פון ה׳!


דערנאך האט ער חרטה געהאט, און איז געגאנגען. ווער פון די ביידע האט געטאן דעם פאטערס רצון? זאגן זיי: דער לעצטער. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: באמת זאג איך אייך, אז די שטייער אויפמאנער און די זונות גייען אריין פארויס פאר אייך אין דעם קעניגרייך פון ה׳.


מחמת באמת זאג איך אייך, ביז דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, וועט קיין איין יוד, אדער א קוצי של יוד פון דער תורה נישט בטל ווערן, ביז אלץ איז געשען.


און ווי יהושע/ישוע האט דאס געזען, האט עס אים פארדראסן, און ער האט צו זיי געזאגט: לאזט די קליינע קינדער קומען צו מיר; פארווערט עס זיי נישט; ווארום פאר זייערסגלייכן איז דאס קעניגרייך פון ה׳!


און אויב דיין אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין ה׳ס קעניגרייך מיט איין אויג, ווי צו האבן צוויי אויגן און געווארפן צו ווערן אין גיהנום אריין,


וועלכע זענען געבוירן געווארן נישט פון בלוט, נישט פון דעם ווילן פון דעם פלייש, אויך נישט פון דעם ווילן פון א מאן, נאר פון ה׳.


און דאס ליכט שיינט אין דער פינצטערניש; און די פינצטערניש האט עס נישט גובר געווען.


און זאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט זען דעם הימל אפן, און די מלאכים פון ה׳ ארויפגיין און אראפקומען אויף דעם בר אנש.


און ער האט בלינד געמאכט זייערע אויגן, הארט געמאכט זייער הארץ, כדי זיי זאלן נישט זען מיט די אויגן, און באנעמען מיטן הארץ, און תשובה טאן, און איך זאל זיי היילן. (ישעיהו ו, ט, י.)


זאגט נקדימון צו אים: וויאזוי קען א מענטש געבוירן ווערן, זייענדיק א זקן? צי קען ער דען א צווייט מאל אריינגיין אין זיין מוטערס לייב און געבוירן ווערן?


פאר די אומגלויביקע, וואס דער ג‑ט פון דער דאזיקער וועלט האט אין זיי פארבלענדט די געדאנקען, כדי עס זאל זיי נישט אויפגיין דאס ליכט פון דער גוטער בשורה פון דער הערלעכקייט פון דעם משיח, וועלכער איז דאס דמות פון ה׳.


דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי!


ווארום נישט מילה נישט ערלה איז עפעס, נאר א נייע באשאפונג.


און אייך, וואס איר זענט געווען טויט אין אייערע עבירות און חטאים,


נישט דורך (מחמיר חומרא געזעץ) מעשים פון צדקות, וואס מיר האבן געטאן, נאר לויט זיין בארעמהארציקייט האט ער אונדז דערלייזט, דורך דער מקווה פון ווידערגעבורט און באנייאונג פון דעם רוח הקודש,


די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש.


געלויבט זאל זיין דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וועלכער האט לויט זיינע גרויסע רחמים אונדז ווידערגעבוירן צו א לעבעדיקער האפענונג דורך יהושע/ישוע המשיחס אויפשטיין פון די טויטע,


אויב איר ווייסט, אז ער איז גערעכט, זאלט איר וויסן, אז אפילו יעדער איינער, וואס טוט עוסק זיין אין צדקות איז געבוירן פון אים.


יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, טוט נישט קיין זינד, ווייל זיין זאמען בלייבט אין אים; און ער קען נישט זינדיקן, ווייל ער איז געבוירן געווארן פון ה׳.


יעדער איינער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער איז געבוירן פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב דעם, וואס האט געבוירן, האט אויך ליב דעם, וואס איז געבוירן געווארן פון אים.


מיר ווייסן, אז יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, זינדיקט נישט; נאר דער, וואס איז געבוירן פון ה׳, היט זיך אפ, און דער נישט גוטער רירט אים נישט אָן.


ווייל אלץ, וואס איז געבוירן געווארן פון ה׳, איז מנצח די וועלט; און דאס דאזיקע איז דער נצחון, וואס האט באזיגט די וועלט: אונדזער אמונה.


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין לאאדיצעא שרייב: דאס זאגט דער אמן, דער באגלויבטער און ווארהאפטיקער עדות, דער אנהויב פון ה׳ס באשאפונג:


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ