24 ווארום יוחנן איז נאך נישט געווען אריינגעווארפן אין תפיסה.
מחמת הורדוס האט דעם יוחנן געפאנגען גענומען, און אים געבונדן, און איינגעזעצט אין תפיסה, צוליב הורודיה, דאס ווייב פון זיין ברודער פיליפוס.
און ווען ער האט געהערט, אז יוחנן איז איינגעזעצט געווארן, איז ער אוועק קיין גליל;
ווארום הורדוס אליין האט געשיקט און געלאזט כאפן יוחנן, און האט אים געבונדן אין תפיסה צוליב הורודיה, דאס ווייב פון פיליפוס זיין ברודער, ווייל ער האט מיט איר חתונה געהאט.
און אויך יוחנן האט טובל געווען אין דער מקווה אין עינון, נאענט ביי שלם, ווייל דארטן איז געווען א סך וואסער פאר דער מקווה; און מען פלעגט קומען און זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה.