Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 3:19 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

19 און דאס איז דאס משפט: דאס ליכט איז געקומען אין דער וועלט אריין, און די מענטשן האבן ליבער געהאט די פינצטערניש ווי דאס ליכט; ווייל זייערע מעשים זענען געווען בייז.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 3:19
33 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

יענער קנעכט אבער, וואס האט געוואוסט זיין הארס רצון און האט נישט צוגעגרייט, אדער געטאן לויט זיין ווילן, וועט ליידן א סך שלעק;


און דאס אלץ האבן די פרושים געהערט, וואס זענען געווען געלט ליבהאבער, און האבן אפגעשפאט פון אים.


אין אים איז געווען לעבן; און דאס לעבן איז געווען דאס ליכט פון די מענטשן.


און דאס ליכט שיינט אין דער פינצטערניש; און די פינצטערניש האט עס נישט גובר געווען.


איצט איז דאס משפט פון דער דאזיקער וועלט; איצט וועט דער שר פון דער דאזיקער וועלט ארויסגעווארפן ווערן אינדרויסן.


ווארום זיי האבן ליבער געהאט דעם כבוד פון מענטשן, ווי דעם כבוד פון ה׳.


איך בין געקומען א ליכט אין דער וועלט אריין, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין מיר, זאל נישט בלייבן אין דער פינצטערניש.


וויאזוי קענט איר גלויבן, איר, וואס נעמט אָן כבוד איינער פונם אנדערן, און דעם כבוד, וואס קומט פון דעם איינציקן ג-ט, זוכט איר נישט?


ווען עמיצער וויל טאן זיין רצון, וועט ער וויסן וועגן דער לערנונג, צי זי איז פון ה׳, אדער איך רעד פון מיר אליין.


אייך קען די וועלט נישט האסן; מיך אבער האסט זי יא, ווייל איך זאג עדות וועגן איר, אז אירע מעשים זענען בייז.


דאן האט יהושע/ישוע ווידער צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן; איך בין דאס ליכט פון דער וועלט; דער, וואס פאלגט מיר נאך, וועט אויף קיין פאל נישט לעבן אין דער פינצטערניש, נאר וועט האבן דאס ליכט פון לעבן.


בשעת איך בין אין דער וועלט, בין איך דאס ליכט פון דער וועלט.


וועלכע, הגם וויסנדיק פון ה׳ס משפט, אז די, וואס טאן די דאזיקע זאכן, זענען חייב מיתה, האבן זיי נישט נאר די דאזיקע זאכן געטאן, נאר זענען נאך צופרידן מיט די, וואס טאן זיי.


אבער צו די ווידערשפעניקע און וואס זענען אומגעהארכזאם צום אמת נאר זענען געהארכזאם צו רשעות—צארן און גרימצארן;


כדי אלע זאלן געמשפט ווערן, וועלכע האבן נישט געגלויבט דעם אמת, נאר האבן געהאט א וואוילגעפעלן אין רשעות.


און: און אן אבן נגף און צור מיכשול. (ישעיהו ח, יד.) זיי שטרויכלען, ווייל זיי גלויבן נישט אין דעם ווארט, צו וועלכן זיי זענען אויך באשטימט געווארן.


קודם כל, אז אין די לעצטע טעג וועלן קומען אפשפעטער מיט שפאט, וואס גייען לויט זייערע אייגענע גלוסטונגען,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ