Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 3:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 3:16
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

גייט און לערנט וואס דאס איז: איך וויל בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן (הושע ו, ו.); מחמת איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.


נאך איינעם האט ער געהאט, א געליבטן זון; אים האט ער געשיקט צו לעצט צו זיי, אזוי צו זאגן: זיי וועלן זיך שעמען פאר מיין זון!


כבוד צו ה׳ אין די הויכקייטן, און אויף דער ערד שלום צווישן מענטשן אין וועמען ער האט א וואוילגעפעלן!


און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.


קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט.


צומארגנס זעט ער יהושען/ישוען קומען צו אים, און זאגט: זע, ה׳ס לאם, וואס נעמט אוועק די זינד פון דער וועלט! (ישעיהו נג, ז.)


און איך גיב זיי אייביק לעבן: און זיי וועלן קיינמאל נישט פארלוירן ווערן, און קיינער וועט זיי נישט ארויסרייסן פון מיינע הענט.


כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן.


דער, וואס גלויבט אין אים, ווערט נישט געמשפט; דער, וואס גלויבט נישט, איז שוין געמשפט געווארן, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם נאמען פון דעם בן יחיד פון ה׳.


דער, וואס גלויבט אין דעם זון, האט אייביק לעבן; ווער אבער עס געהארכט נישט דעם זון, דער וועט נישט זען קיין לעבן, נאר ה׳ס צארן בלייבט אויף אים.


ווארום דאס דאזיקע איז מיין פאטערס רצון, אז יעדער איינער, וואס זעט דעם זון און גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.


ווארום אויב מיר, זייענדיק שונאים, זענען שלום-מאכן געווארן מיט ה׳ דורכן טויט פון זיין זון, אויף וויפל מער, זייענדיק שוין שלום-מאכן, וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך זיין לעבן;


אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים.


ער (ה׳), וואס האט נישט געשפארט זיין אייגענעם זון, נאר אים געגעבן פאר אונדז אלעמען, וויאזוי זשע וועט ער נישט מיט אים אונדז אלץ געבן פריי?


ה׳ אבער, זייענדיק רייך אין רחמים, האט צוליב זיין גרויסער ליבע, מיט וועלכער ער האט אונדז ליב געהאט,


און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אליין און ג‑ט דער פאטער אונדזערער, וועלכער האט אונדז ליב געהאט און אונדז געגעבן אן אייביקע נחמה און א גוטע האפענונג אין זיין חסד,


ווען אבער עס האט זיך באוויזן די גוטסקייט פון ה׳ אונדזער רעטער, און זיין ליבע צו מענטשן,


מיר זען אבער יהושען/ישוען, אים, וואס איז אביסל קלענער געמאכט פון מלאכים דורך די יסורים פון טויט, געקריינט מיט כבוד און הערלעכקייט, אז ער זאל, דורך ה׳ס חסד, טועם זיין דעם טויט פאר יעדן (מענטשן).


זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.


מיר האבן ליב, ווייל ער קודם כל האט אונדז ליב געהאט.


און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ