12 אויב איך האב צו אייך גערעדט פון ערדישע זאכן, און איר גלויבט נישט, וויאזוי וועט איר גלויבן, ווען איך וועל צו אייך רעדן פון הימלישע זאכן?
באמת, באמת זאג איך דיר: וואס מיר ווייסן, דאס רעדן מיר, און וואס מיר האבן געזען, דערפון זאגן מיר עדות: און איר נעמט אונדזער עדות זאגן נישט אָן.
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳.
האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
דער ווינט בלאזט, וואו ער וויל, און דו הערסט זיין קול, נאר ווייסט נישט, פונוואנען ער קומט און וואואהין ער גייט; פונקט אזוי איז יעדער איינער וואס איז געבוירן פון דעם גייסט.
און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.
וועגן וועמען מיר האבן א סך צו זאגן און וואס איז שווער צו דערקלערן, ווייל איר זענט געווארן פויל צו הערן.
אין דעם דאזיקן באשטייט די ליבע, נישט אז מיר האבן ליב געהאט ה׳, נאר אז ער האט אונדז ליב געהאט, און געשיקט זיין זון אלס א (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד.