האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
איך בין געקומען אין דעם נאמען פון מיין פאטער, און איר נעמט מיך נישט אויף; ווען אן אנדערער וועט קומען אין זיין אייגענעם נאמען, וועט איר אים יא אויפנעמען.
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: און ווען אפילו איך זאג עדות וועגן מיר אליין, איז דאך מיין עדות זאגן אמת; ווייל איך ווייס פונוואנען איך בין געקומען, און וואואהין איך גיי; איר אבער ווייסט נישט פונוואנען איך קום, אדער וואואהין איך גיי.
פאר די אומגלויביקע, וואס דער ג‑ט פון דער דאזיקער וועלט האט אין זיי פארבלענדט די געדאנקען, כדי עס זאל זיי נישט אויפגיין דאס ליכט פון דער גוטער בשורה פון דער הערלעכקייט פון דעם משיח, וועלכער איז דאס דמות פון ה׳.