8 די אנדערע תלמידים אבער זענען געקומען אינם שיפל, ווארום זיי זענען נישט געווען ווייט פון דער יבשה, נאר אן ערך צוויי הונדערט איילן, שלעפנדיק די נעץ מיט פיש.
און זיי האבן געהאט אייניקע קליינע פישלעך; און ווען ער האט געמאכט א ברכה, האט ער געהייסן מען זאל אויך די דאזיקע צעטיילן.
זאגט יענער תלמיד, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט, צו פעטרוסן: עס איז דער האר! און ווי שמעון פעטרוס האט געהערט, אז עס איז דער האר, האט ער זיך אנגעגורט זיין אויבערמלבוש—ווארום ער איז געווען נאקעט—און האט זיך אריינגעווארפן אין ים אריין.
און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן אויפן לאנד, זען זיי א פייער פון קוילן אנגעלייגט און א פיש ליגן דערויף און ברויט.