2 עס זענען געווען צוזאמען שמעון פעטרוס און תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, און נתנאל פון קנה אין גליל, און זבדיס זין, און אנדערע צוויי פון זיינע תלמידים.
פיליפוס און בר‑תלמי; תומא און מתתיהו דער שטייער אויפמאנער; יעקב בן חלפי און תדי;
און גייענדיק אביסל ווייטער, האט ער געזען יעקב בן זבדי און יוחנן זיין ברודער, אויך זיי זענען געווען אינם שיפל פארריכטנדיק די נעצן.
און אויך אזוי יעקבן און יוחנן, זבדיס זין, וואס זענען געווען שמעונס חברים. און יהושע/ישוע האט געזאגט צו שמעונען: האב נישט קיין מורא; פון איצט אָן וועסטו פאנגען מענטשן.
פיליפוס געפינט נתנאלן און זאגט צו אים: אים, פון וועמען משה האט געשריבן אין דער תורה, און די נביאים, האבן מיר געפונען, יהושע/ישוע בן יוסף פון נצרת.
דאן האט תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, געזאגט צו זיינע חברים תלמידים: לאמיר אויך גיין, כדי מיר זאלן שטארבן מיט אים.
און דעם דריטן טאג איז געווען א חתונה אין קנה פון גליל; און ישועס מוטער איז דארטן געווען,
דעם דאזיקן אנהויב פון די נסים האט יהושע/ישוע געמאכט אין קנה פון גליל, און האט אנטפלעקט זיין הערלעכקייט, און זיינע תלמידים האבן אין אים געגלויבט.
האט תומא געענטפערט און געזאגט צו אים: מיין האר און מיין ג‑ט!
און ער איז ווידעראמאל געקומען קיין קנה פון גליל, וואו ער האט געמאכט פון דעם וואסער וויין. און עס איז געווען א געוויסער קעניגלעכער באאמטער, וועמעס זון איז געלעגן קראנק אין כפר‑נחום.