Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 21:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 באמת, באמת זאג איך דיר: ווען דו ביסט געווען יונג, האסטו דיך ארומגעגארטלט און ביסט געגאנגען, וואו דו האסט געוואלט; אבער ווען דו וועסט אלט ווערן, וועסטו אויסשטרעקן דיינע הענט, און אן אנדערער וועט דיך ארומגארטלען און פירן, וואואהין דו וועסט נישט וועלן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 21:18
8 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

וואויל איז יענע קנעכט, וועלכע ווען דער האר קומט געפינט ער זיי וואכנדיקע; באמת זאג איך אייך, ער וועט זיך ארומגארטלען און זיי אנידערזעצן צום טיש און צוגיין און זיי באדינען.


זאגט שמעון פעטרוס צו אים: האר, וואואהין גייסטו? האט יהושע/ישוע געענטפערט: וואואהין איך גיי, קענסטו מיר איצט נישט נאכפאלגן, שפעטער אבער וועסטו מיר נאכפאלגן.


צום דריטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? איז פעטרוס טרויעריק געווארן, ווייל ער האט צו אים געזאגט צום דריטן מאל: צי האסטו מיך ליב? און ער האט צו אים געזאגט: האר, דו ווייסט אלץ; דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט יהושע/ישוע צו אים: פאשע מיינע שעפעלעך.


און דאס דאזיקע האט ער געזאגט, מרמז זייענדיק, מיט וואס פאר א טויט ער וועט פארהערלעכן ה׳. און נאך דעם ווי ער האט דאס געזאגט, זאגט ער צו אים: פאלג מיר נאך!


און קומענדיק צו אונדז, האט ער גענומען פוילוסנס גארטל, האט זיך געבונדן די פיס און די הענט, און געזאגט: דאס זאגט דער רוח הקודש: דעם מאן, וועמעס גארטל דער איז, וועלן די יידן אין ירושלים אזוי בינדן, און (אים) איבערגעבן אין גויישע הענט אריין.


ווארום מיר, וואס זענען אין דעם דאזיקן געצעלט, זיפצן אונטער א משא, ווייל מיר ווילן נישט ווערן אויסגעטאן, נאר אנגעטאן כדי דאס שטערבלעכע זאל איינגעשלונגען ווערן פון דעם לעבן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ