Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 21:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 ווידער צום צווייטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? זאגט ער צו אים: יא, האר, דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט ער צו אים: פאשע מיינע שאף.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 21:16
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און דו בית‑לחם, לאנד יהודה, ביסט בשום אופן נישט דאס קלענסטע צווישן די פרינצן פון יהודה; מחמת פון דיר וועט ארויסקומען א מושל, וואס וועט פיטערן מיין פאלק ישראל! (מיכה ה, ב.)


און פאר אים וועלן איינגעזאמלט ווערן אלע פעלקער, און ער וועט זיי אפשיידן איינס פונם אנדערן, אזויווי א פאסטוך שיידט אפ די שאף פון די ציגן.


און נאכאמאל האט ער עס געלייקנט מיט א שבועה: איך קען נישט דעם מענטשן!


ווארום דער בר אנש איז געקומען צו זוכן און צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.


און די שיפחה, די טיר וועכטערין, האט געזאגט צו פעטרוסן: צי ביסטו דען נישט אויך פון די תלמידים פון דעם דאזיקן מענטש? זאגט ער: איך בין נישט.


שמעון פעטרוס אבער איז געשטאנען און זיך געווארעמט. און מען האט צו אים געזאגט: צי ביסטו דען נישט אויך פון זיינע תלמידים? האט ער געלייקנט און געזאגט: איך בין נישט!


צום דריטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? איז פעטרוס טרויעריק געווארן, ווייל ער האט צו אים געזאגט צום דריטן מאל: צי האסטו מיך ליב? און ער האט צו אים געזאגט: האר, דו ווייסט אלץ; דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט יהושע/ישוע צו אים: פאשע מיינע שעפעלעך.


היט זשע זיך און די גאנצע סטאדע, אויף וועלכער דער רוח הקודש האט אייך באשטימט פאר משגיחים, כדי צו פאשען ה׳ס קהלה, וועלכע ער האט געקויפט מיט זיין אייגן בלוט.


און דער ג‑ט פון שלום, וואס האט צוריקגעברענגט פון די טויטע דעם גרויסן פאסטוך פון די שאף יהושען/ישוען אונדזער האר, דורך דעם בלוט פון דעם אייביקן בונד,


ווארום איר זענט געווען ווי פארבלאנדזשעטע שאף, נאר איצט האט איר זיך אומגעקערט צום פאסטוך און משגיח פון אייערע נשמות. (ישעיהו נג, ה-ט.)


פאשעט ה׳ס סטאדע, וואס איז ביי אייך, געבנדיק השגחה, נישט געצוואונגענערהייט, נאר אויס גוטן ווילן, לויט (דעם רצון פון) ה׳; און נישט צוליב שענדלעכע פארדינסטן, נאר מיט מונטערקייט;


ווייל דאס לעמעלע, וואס איז דארטן אינמיטן פון דעם כסא הכבוד, וועט זיי פאשען און פירן צו די קוואלן פון וואסער פון לעבן; און ה׳ וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן. (ישעיהו כה, ה.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ