12 זאגט יהושע/ישוע צו זיי: קומט, עסט אנבייסן! און קיינער פון די תלמידים האט זיך נישט אונטערגעשטעלט אים צו פרעגן: ווער ביסטו? ווייל זיי האבן געוואוסט, אז עס איז דער האר.
און ווען זיי האבן אפגעגעסן אנבייסן, זאגט יהושע/ישוע צו שמעון פעטרוסן: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב מער ווי די דאזיקע? זאגט ער צו אים: יא, האר, דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט ער צו אים: פאשע מיינע לעמער.
(דאך) נישט צום גאנצן פאלק, נאר צו עדות, וועלכע זענען פארויס אויסדערוויילט געווארן פון ה׳, צו אונדז, וואס האבן געגעסן און געטרונקען מיט אים נאך זיין אויפשטיין פון די טויטע.