11 איז שמעון פעטרוס איינגעשטיגן און האט ארויסגעצויגן די נעץ אויף דער יבשה, פול מיט גרויסע פיש, הונדערט דריי און פיפציק, און הגם עס איז געווען אזויפיל, האט זיך די נעץ דאך נישט צעריסן.
זאגט יהושע/ישוע צו זיי: ברענגט אהער פון די פיש, וואס איר האט איצט געכאפט.
זאגט יהושע/ישוע צו זיי: קומט, עסט אנבייסן! און קיינער פון די תלמידים האט זיך נישט אונטערגעשטעלט אים צו פרעגן: ווער ביסטו? ווייל זיי האבן געוואוסט, אז עס איז דער האר.
און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות.