5 און איינבייגנדיק זיך, האט ער געזען די תכריכים ליגן; ער איז אבער נישט אריינגעגאנגען.
און דאס מת איז ארויסגעקומען, און זיינע הענט און פיס זענען געווען ארומגעוויקלט מיט תכריכים; און זיין פנים איז געווען פארבונדן מיט א טיכל. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: בינדט אים אויף, און לאזט אים גיין.
און זיי האבן גענומען ישועס גוף און אים איינגעוויקלט אין תכריכים מיט די געווירצן לויט דעם מנהג ביי יידן מקבר צו זיין.
מרים אבער איז געשטאנען אינדרויסן ביים קבר וויינענדיק; און בשעת זי האט געוויינט, האט זי זיך אראפגעבויגן צום קבר,
און ביידע זענען געלאפן צוזאמען; און דער אנדערער תלמיד איז געלאפן פארויס, גיכער ווי פעטרוס און איז דער ערשטער אנגעקומען צום קבר.
דאן קומט אויך שמעון פעטרוס, נאכפאלגנדיק אים, און איז אריינגעגאנגען אין קבר אריין; און זעט די תכריכים ליגן,