4 און ביידע זענען געלאפן צוזאמען; און דער אנדערער תלמיד איז געלאפן פארויס, גיכער ווי פעטרוס און איז דער ערשטער אנגעקומען צום קבר.
און פעטרוס איז ארויסגעגאנגען און דער אנדערער תלמיד, און זענען אוועק צום קבר.
און איינבייגנדיק זיך, האט ער געזען די תכריכים ליגן; ער איז אבער נישט אריינגעגאנגען.
און דעמאלט איז אויך דער אנדערער תלמיד אריינגעגאנגען, ער, וואס איז געקומען דער ערשטער צום קבר, און האט געזען און געגלויבט.
צי ווייסט איר דען נישט, אז די, וואס לויפן אויף דער ארענע, לויפן טאקע אלע, איינער אבער דערלאנגט דעם פריז? אזוי זאלט איר לויפן, כדי איר זאלט עס באקומען.
ווארום אויב דער גוטער ווילן איז דא, איז עס אנגענומען לויט דעם, וויפל איינער האט, נישט לויט דעם, וואס ער האט נישט.