24 אבער תומא, איינער פון די צוועלף, וועמען מען האט גערופן דידומאס, איז נישט געווען צוזאמען מיט זיי, ווען יהושע/ישוע איז געקומען.
פיליפוס און בר‑תלמי; תומא און מתתיהו דער שטייער אויפמאנער; יעקב בן חלפי און תדי;
מחמת וואו צוויי אדער דריי זענען פארזאמלט אין מיין נאמען, דארט בין איך צווישן זיי.
דאן האט תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, געזאגט צו זיינע חברים תלמידים: לאמיר אויך גיין, כדי מיר זאלן שטארבן מיט אים.
זאגט תומא צו אים: האר, מיר ווייסן נישט וואואהין דו גייסט; און וויאזוי קענען מיר וויסן דעם וועג?
עס זענען געווען צוזאמען שמעון פעטרוס און תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, און נתנאל פון קנה אין גליל, און זבדיס זין, און אנדערע צוויי פון זיינע תלמידים.
האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: צי האב איך דען נישט אייך—די צוועלף—אויסדערוויילט? און איינער פון אייך איז א טייוול.
און ער האט גערעדט פון יהודה בן שמעון איש‑קריות; ווארום דער דאזיקער האט אים געזאלט פארראטן, איינער פון די צוועלף.
נישט צו פארנאכלעסיקן אונדזער פארזאמלען זיך, ווי עס איז די געוואוינהייט פון אייניקע; נאר לאמיר מזהיר זיין איינער דעם אנדערן, און דאס אויף אזויפיל מער אויף וויפל איר זעט דעם טאג זיך דערנענטערן.