Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 20:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

20 און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער זיי געוויזן די הענט און די זייט. און די תלמידים האבן זיך געפריידט, זעענדיק דעם האר.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 20:20
9 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זיי זענען איילנדיק אוועק פון קבר מיט מורא און גרויסער שמחה, און זענען געלאפן עס אנצוזאגן צו זיינע תלמידים.


באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט וויינען און קלאגן, אבער די וועלט וועט זיך פרייען; איר וועט זיין טרויעריק, נאר אייער טרויער וועט ווערן א שמחה.


אזוי האט איר אויך איצט צער; איך וועל אייך אבער ווידער זען, און אייער הארץ וועט זיך פרייען, און די שמחה אייערע וועט קיינער נישט אוועקנעמען פון אייך.


נאר איינער פון די זעלנער האט אים דורכגעשטאכן די זייט מיט א שפיז; און גלייך איז ארויסגעקומען בלוט און וואסער.


האבן די אנדערע תלמידים דעריבער געזאגט צו אים: מיר האבן געזען דעם האר! ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויב איך וועל נישט זען דעם צייכן פון די נעגל אין זיינע הענט, און אריינשטעקן מיין פינגער אויף דעם ארט פון די נעגל, און אריינטאן מיין האנט אין זיין זייט, וועל איך בשום אופן נישט גלויבן!


דאן זאגט ער צו תומא: שטרעק אויס דיין פינגער אהער און זע מיינע הענט; און שטרעק אויס דיין האנט און טו זי אריין אין מיין זייט, און זיי נישט אומגלויביק, נאר זיי א מאמין!


דאס, וואס איז געווען פונם אנהויב אָן, וואס מיר האבן געהערט, וואס מיר האבן געזען מיט אונדזערע אויגן, וואס מיר האבן באטראכט און אונדזערע הענט האבן אנגערירט, וועגן דעם ווארט פון לעבן—


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ