Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 20:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 לויפט זי דעריבער און קומט צו שמעון פעטרוסן און צום אנדערן תלמיד, וועמען יהושע/ישוע האט ליב געהאט, און זאגט צו זיי: מען האט אוועקגענומען דעם האר פון דעם קבר ארויס, און מיר ווייסן נישט, וואו מען האט אים געלייגט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 20:2
9 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און איינער פון זיינע תלמידים, וועמען יהושע/ישוע האט (באזונדערס) ליב געהאט, איז געווען אנגעלענט אויף ישועס ברוסט.


און ווען יהושע/ישוע האט געזען זיין מוטער און דעם תלמיד, וועלכן ער האט ליב געהאט, שטיין דערנעבן, זאגט ער צו דער מוטער: אשה, זע, דיין זון!


און יענע זאגן צו איר: אשה, וואס וויינסטו? זאגט זי צו זיי: ווייל מען האט אוועקגענומען דעם האר מיינעם, און איך ווייס נישט, וואו מען האט אים געלייגט.


זאגט יהושע/ישוע צו איר: אשה, וואס וויינסטו? וועמען זוכסטו? און מיינענדיק, אז ער איז דער גערטנער, זאגט זי צו אים: האר, אויב דו האסט אים אוועקגעטראגן, זאג מיר, וואו דו האסט אים געלייגט, און איך וועל אים אוועקנעמען.


ווארום זיי האבן נאך נישט פארשטאנען די שריפט, אז ער מוז אויפשטיין פון די טויטע.


אויסדרייענדיק זיך, זעט פעטרוס דעם תלמיד נאכפאלגן, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט און וועלכער האט זיך אויך אנגעלענט אויף ישועס ברוסט ביי דער סעודה, און האט געזאגט: האר, ווער איז עס, וואס פארראט דיך?


דאס איז דער תלמיד, וואס זאגט עדות וועגן די דאזיקע זאכן, און האט זיי געשריבן; און מיר ווייסן, אז זיין עדות זאגן איז אמת.


זאגט יענער תלמיד, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט, צו פעטרוסן: עס איז דער האר! און ווי שמעון פעטרוס האט געהערט, אז עס איז דער האר, האט ער זיך אנגעגורט זיין אויבערמלבוש—ווארום ער איז געווען נאקעט—און האט זיך אריינגעווארפן אין ים אריין.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ