16 זאגט יהושע/ישוע צו איר: מרים! זי האט זיך אויסגעדרייט און זאגט צו אים: אויף לשון קודש: רבוני! (דאס הייסט לערער!)
יהושע/ישוע אבער האט גלייך צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: זייט געטרייסט! איך בין עס; האט נישט קיין מורא!
און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: וואס ווילסטו, אז איך זאל דיר טאן? און דער בלינדער האט צו אים געזאגט: רבוני, אז איך זאל זעענדיק ווערן!
און דער האר האט איר ענטפערנדיק געזאגט: מרתא, מרתא, דו זארגסט דיך און קימערסט דיך וועגן א סך זאכן;
און אויסדרייענדיק זיך און זעענדיק זיי נאכפאלגען, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: וואס באגערט איר? האבן זיי געזאגט צו אים: רבי (דאס הייסט, לערער) וואו וואוינסטו?
האט נתנאל אים געענטפערט: רבי, דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער; דו ביסט דער מלך פון ישראל.
פאר אים עפנט דער שומר; און די שאף הערן זיין קול, און ער רופט זיינע שאף ביים נאמען, און פירט זיי ארויס.
און האבנדיק דאס געזאגט, איז זי אוועקגעגאנגען, און האט גערופן איר שוועסטער שטילערהייט, און געזאגט צו איר: דער רבי איז דא און רופט דיך.
איר רופט מיך רבי און האר, און ריכטיק זאגט איר, ווארום איך בין עס.
האט תומא געענטפערט און געזאגט צו אים: מיין האר און מיין ג‑ט!
דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.
און אין ירושלים ביים שער הצאן איז דא א טייך, וואס הייסט אויף לשון קודש בית-חסדא, און האט פינף זאלן.
און געפינענדיק אים אויף דער אנדערער זייט ים, האבן זיי געזאגט צו אים: רבי, ווען ביסטו דא אהערגעקומען?
ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס!
און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און געהערט א קול, וואס האט געזאגט צו אים: שאול, שאול, וואס פארפאלגסטו מיך?