14 דאס זאגנדיק, האט זי זיך אויסגעדרייט הינטער זיך, און זעט יהושען/ישוען שטיין, און האט נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע.
און זע, יהושע/ישוע איז זיי אנטקעגנגעקומען, און געזאגט: שלום! און זיי זענען צוגעגאנגען און האבן אים אנגענומען ביי די פיס, און זיך געבוקט צו אים.
נאך דעם האט ער זיך באוויזן אין אן אנדער געשטאלט צו צוויי פון זיי, בשעת זיי זענען געגאנגען אין פעלד אריין.
און ווען ער איז אויפגעשטאנען אינדערפרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, האט ער זיך צום ערשט באוויזן צו מרים פון מגדלה, פון וועמען ער האט ארויסגעטריבן זיבן בייזע גייסטער.
זייערע אויגן אבער זענען געהאלטן געווארן, כדי זיי זאלן אים נישט דערקענען.
און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן, און זיי האבן אים דערקענט; און ער איז פון זיי פארשווונדן.
ער אבער, דורכגייענדיק דורך זייער מיט, איז זיך אוועק אויף זיין וועג.
און ווען עס איז שוין געווען אינדערפרי, איז יהושע/ישוע געשטאנען ביים ברעג; דאך האבן די תלמידים נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע.
זיי האבן דעריבער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו באווארפן; יהושע/ישוע אבער האט זיך פארבארגן, און איז ארויסגעגאנגען אויס דעם בית המקדש.