Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 20:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און דעם ערשטן טאג פון דער וואך אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען פינסטער, קומט מרים פון מגדלה צום קבר, און זעט דעם שטיין אוועקגענומען פון קבר.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 20:1
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

צווישן זיי איז געווען מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב און יוסי, און די מוטער פון זבדיס קינדער.


און האט אים אריינגעלייגט אין זיין נייעם קבר, וואס ער האט אויסגעהאקט אין דעם פעלדזן, און האט ארויפגעוועלגערט א גרויסן שטיין אויף דער טיר פון קבר, און איז אוועקגעגאנגען.


באפעל זשע, אז דאס קבר זאל געהאלטן ווערן זיכער ביז צום דריטן טאג, טאמער וועלן די תלמידים קומען און אים אוועקגנבענען, און זאגן דעם פאלק: ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; און דער לעצטער באטרוג וועט זיין ערגער פונם ערשטן.


און זיי זענען געגאנגען, און האבן פארזיכערט דאס קבר מיט דער וואך, און פארחתמעט דעם שטיין.


און נאך מוצאי שבת, ווען עס האט אנגעהויבן טאגן דעם ערשטן טאג פון דער וואך, איז געקומען מרים פון מגדלה און די אנדערע מרים צו זען דאס קבר.


און זע, עס איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש; מחמת א מלאך פון דעם האר (ה׳) איז אראפגעקומען פון הימל, און איז צוגעגאנגען און האט אוועקגעקייקלט דעם שטיין, און זיך אנידערגעזעצט אויף אים.


און ער האט געקויפט א ליילעך, האט אים אראפגענומען, און אים איינגעוויקלט אין דעם ליילעך, און אריינגעלייגט אין א קבר, וואס איז געווען אויסגעהאקט אין א פעלדזן; און האט ארויפגעקייקלט א שטיין אויף דעם אריינגאנג צום קבר. (ישעיהו נג, ט.)


און ווען ער איז אויפגעשטאנען אינדערפרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, האט ער זיך צום ערשט באוויזן צו מרים פון מגדלה, פון וועמען ער האט ארויסגעטריבן זיבן בייזע גייסטער.


און ווידער א זיפץ טוענדיק אין זיך אליין, קומט יהושע/ישוע צום קבר. און עס איז געווען א הייל, און א שטיין איז געלעגן אויף איר.


און זיי האבן אוועקגענומען דעם שטיין. און יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן (צום הימל) ארויף און געזאגט: פאטער, איך דאנק דיר, אז דו האסט מיך דערהערט.


און ביים בוים פון יהושען/ישוען זענען געשטאנען זיין מוטער און זיין מוטערס שוועסטער, מרים דאס ווייב פון קלאפאס (לוקאס כד, יח.), און מרים פון מגדלה.


און אין אכט טעג ארום זענען זיינע תלמידים ווידער געווען אינעווייניק (אינם הויז), און תומא איז געווען מיט זיי. קומט יהושע/ישוע, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, און האט זיך געשטעלט אין דער מיט און געזאגט: שלום עליכם!


און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען מיר זענען זיך צונויפגעקומען צו ברעכן ברויט, האט פוילוס געדרשנט צו זיי, האבנדיק בדעה צומארגנס אפצופארן; און האט מאריך געווען די דרשה ביז האלבער נאכט.


יעדן ערשטן טאג פון דער וואך, זאל יעדער איינער פון אייך אוועקלייגן (עפעס) פאר זיך און אפשפארן, אויף וויפל ער האט מצליח געווען, כדי ווען איך וועל קומען, זאלן דעמאלט נישט געמאכט ווערן קיין זאמלונגען.


איך בין געווען אינם גייסט אין דעם טאג פון דעם האר, און האב געהערט הינטער מיר א הויך קול, ווי פון א שופר,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ