Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 2:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 און יהושע/ישוע זאגט צו איר: וואס האב איך מיט דיר, אשה? מיין שעה איז נאך נישט געקומען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 2:4
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעמאלט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק צו איר געזאגט: אשה, דיין אמונה איז גרויס; זאל דיר געשען אזוי ווי דו ווילסט! און איר טאכטער איז געהיילט געווארן פון יענער שעה אָן.


און זע, זיי האבן א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, דו זון פון דער אויבערשטער? ביסטו אהערגעקומען אונדז פייניקן פאר דער צייט?


און ער האט צו זיי געזאגט; פארוואס האט איר מיך געזוכט? צי האט איר דען נישט געוואוסט, אז איך מוז זיין אין מיין פאטערס הויז?


יהושע/ישוע אבער האט זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: עס איז געקומען די שעה, אז דער בר אנש זאל פארהערלעכט ווערן.


און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף.


און ווען עס האט אויסגעפעלט וויין, זאגט ישועס מוטער צו אים: זיי האבן נישט קיין וויין.


און יענע זאגן צו איר: אשה, וואס וויינסטו? זאגט זי צו זיי: ווייל מען האט אוועקגענומען דעם האר מיינעם, און איך ווייס נישט, וואו מען האט אים געלייגט.


זאגט יהושע/ישוע צו איר: אשה, וואס וויינסטו? וועמען זוכסטו? און מיינענדיק, אז ער איז דער גערטנער, זאגט זי צו אים: האר, אויב דו האסט אים אוועקגעטראגן, זאג מיר, וואו דו האסט אים געלייגט, און איך וועל אים אוועקנעמען.


זיי האבן דעריבער געזוכט אים צו כאפן; און קיינער האט נישט ארויפגעלייגט אויף אים די האנט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געקומען.


יהושע/ישוע האט דעריבער צו זיי געזאגט: מיין צייט איז נאך נישט געקומען; אייער צייט אבער איז תמיד גרייט.


זייט איר עולה רגל אויף יום טוב; איך גיי נאך נישט ארויף אויף דעם יום טוב, ווייל מיין צייט איז נאך נישט דערפילט געווארן.


די דאזיקע ווערטער האט ער גערעדט אינם בית האוצר, בשעת ער האט געלערנט אין בית המקדש; און קיינער האט אים נישט געכאפט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געהאט געקומען.


דערפאר פון איצט אָן קענען מיר קיינעם נישט לויטן פלייש; און אויב אפילו מיר האבן געקענט משיחן לויטן פלייש, קענען מיר אים שוין נישט מער.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ